פרעזידענט טראמפ און דאס ווייסע הויז האבן פארשפראכן אז דער פרעזידענט וועט היינט אין זיין סטעיט אָוו די יוניאָן רעדע רופן פאר מער אומפארטייאישקייט און אוועקשטעלן אן אגענדע אונטער וועלכע ביידע פארטייען קענען זיך פאראייניגן, נאכדעם וואס אין די לעצטע וואכן זענען די צוויי זייטן אין וואשינגטאן צעריסן איבער דעם גרעניץ וואנט קאנפליקט.

דער רעדע איז ערווארטעט אויף היינט 9 אזייגער ביינאכט, און דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו אונטערשטרייכן די וויכטיגקייט פון א גרעניץ וואנט, אבער וועט נישט דערקלערן א נאציאנאלע עמורדזשענסי, נאכדעם וואס מעקאנעל און סענאט רעפובליקאנער האבן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט שטיצן אזא שריט.

דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו רעדן פון טעמעס וועלכע דעמאקראטן זוכן שוין לאנגע יארן צו שטופן פאראויס, ווי אינפרוסטרוקטור פראיעקטן, און נידערן העלט קעיר און מעדיצינען קאסטן. דעמאקראטן האבן אויסגעוועלט די גובערנאטריאלע קאנדידאט פון דזשארדזשיע סטעיסי אַבראַמס צו געבן דעם אנטווארט רעדע, א אנדייטונג אז זי גרייט זיך צו לויפן צום סענאט.

זעהט לייוו


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל