דער עסטרייכישער פרעזידענט אלעקסאנדער וואן דער בעלען, וועלכער געפונט זיך יעצט אויף א באזוך אין מדינת ישראל, האט נעכטן ביי אן אויפטריט אין דעם ״יד ושם״ שואה מוזעאום געזאגט אז עס איז צייט פאר עסטרייך צו נעמען פאראנטווארטליך פאר איר טייל אין די שוידערליכע חורבן אייראפע, און די אקטיווע ראלע וואס די עסטרייכישע פאלק האט געשפילט אין עלימינירן אירע אידישע איינוואוינער. דאס איז דאס ערשטע מאל וואס אן עסטרייכישער פרעזידענט נעמט געהעריג פאראנטווארטליכקייט פאר די שואה.

ער האט געזאגט אז דער געשיכטע פונעם האלאקאסט איז א קאפיטל וועלכע ערוועקט ״בושה און שולד״, און אנערקענט די פאקט אז עסטרייך האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען אחריות אויף איר ראלע, און זיך פארענטפערט מיט די פאקט אז זי איז געווען אקופירט אונטער נאצי דייטשלאנד.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל