אויטאריטעטן אין שוועדן האבן געמאלדן אז זיי האבן ארעסטירט א פארשוין וועלכער ווערט באשולדיגט אין שפיאנירן פאר רוסלאנד. לויט די באשולדיגונגען האט ער געפיטערט רוסלאנד מיט אינפארמאציע זינט 2017. דער באשולדיגטער איז נישט אידענטיפיצירט געווארן, נאר אז ער ארבעט פאר א טעכנאלאגישע איינהייט פון די רעגירונג, און רוסלאנד האט ארויסבאקומען וויכטיגע טעכנאלאגישע סודות דורך אים. זיי זאגן אז ער איז רעקרוטירט געווארן דורך א רוסישער אגענט וועלכער איז געשיקט געווארן קיין שוועדן אונטער דיפלאמאטישע שלייער צו רעקרוטירן שפיאנען. דער ארעסט קומט אין די צייט וואס די באציאונגען צווישן שוועדן און רוסלאנד זענען שוין אזוי אויך אנגעצויגן, נאך אן אינצידענט אין וועלכע א רוסישער פליגער איז געפלויגן העכער שוועדישע טעראטאריע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל