דער פאקיסטאנער פרעמיער מיניסטער האט גענומען שריט צו בארואיגן די געמיטער צווישן זיין לאנד און אינדיע, און געמאלדן אין א רעדע צום פארליאמענט אז ער וועט באפרייען דער אינדיער פילאט וועלכער איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס דער פאקיסטאנער מיליטער האט אראפגעשאסן זיין פליגער העכער דעם פאקיסטאן-קאנטראלירטער ראיאן.

דער אינדיער מיליטער האט רעאגירט מיט צופרידנהייט, זאגנדיג אז דאס איז א פאזיטיווע שריט, און דער אינדיער אויסערן מיניסטער האט געזאגט אז אינדיע איז נישט אינטרעסירט אין פארארגערן די באציאונגען. אבער דערווייל האט אינדיע נישט געענטפערט צו א פאקיסטאנער פארשלאג פון עפענען פארהאנדלונגען, און זאגט אז פאקיסטאן מוז קום ענדיגן איר שטיצע פאר טעראר גרופעס.

די רונדע פון געוואלדטאט האט זיך - ווי באריכטעט - אנעהויבן נאכדעם וואס א פאקיסטאנער-באזירטע גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר אן אטאקע וואס האט אומגעברענגט 40 אינדיער זעלנער, און אינדיע האט באשולדיגט פאקיסטאן און באמבאדירט טרענירונג קעמפ אין פאקיסטאן וואס האט געפירט צו די קעגנזייטיגע באמבאדירונגען פון פליגער.

זעהט בילדער און ווידיאס


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל