איי.עי.דזשי.-עס.עי. (אינטערנאַציאָנאַלע פאראייניגטע לופטליניעס גרופע) וועט באשטעלן ביז 42 באָואינג 777 דזשעטס געשאצט ביז 18.6 ביליאָן דאלער, גיבענדיג אַ זיג פאר דעם אמעריקאנער אוויאציע ריז איבער איר אייראפעאישע קאָנקורענט עירבאס ווען זי טוישט אויף איר פארעלטערטע לאַנגע-רייזע פלאטע וואס נוצט יעצט 34 פון די באוואוסטע 747'ס.

בריטיש עירוועיס וועט נעמען 18 פון די גרעסערע 777-9 ווערסיע פון ​​די ברייטערע דזשעט, האט די פירמע געזאָגט אין אַ סטעיטמענט דאָנערשטאג. איי.עי.דזשי. האט אויך גענומען אָפּציעס אויף נאָך 24 פון די עירקראַפט, וואָס טראגט אַ ליסט פּרייז ביז 442.2 מיליאָן דאלער בעפאר די דיסקאַונטס. עירבאס האט געשטופט די עי-350-1000, וואָס בריטיש עירוועיס האט שוין אין סטאק.


באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל