דער ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט האט געשיקט א שארפע ווארנונג צו גוגל וועלכע פארפיגט אויף די פאפולארער ״וועיז״ אפליקאציע, אז זיי זאלן אראפנעמען פון זייער אפליקאציע דער אפציע וואס ווארנט דרייווערס איבער א פאליציי טשעק-פוינט, זאגנדיג אז דאס איז מעגליך א קרימינאלער פארברעכן. אין א בריוו צו גוגל האט א פארשטייער פאר די פאליציי געשריבן אז עס איז אומלעגאל צו שטערן פאליצייאישע אקטיוויטעטן, און דעריבער איז מעגליך אז דרייווערס וועלכע ווארענען אנדערע איבער די אנוועזנהייט פון פאליציי באגייען א פארברעכן. דער בריוו לייגט צו אז דאס פירט דערצו אז דרייווערס פארן ווילד וויסנדיג אז זיי קענען אויסמיידן פאליציי טשעקפוינטס, און אזוי ארום שטעלט דאס א געפאר צום פובליק זיכערהייט.

זעהט בריוו


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל