יו.ען. באאמטע ווארענען אז אייסיס האלט פאר'משכונ'ט איבער צוויי הונדערט משפחות אין זייער לעצטע פעסטונג, און וויל זיי נוצן אלס מענשליכע פאנצער קעגן די אליאירטע כוחות וועלכע רינגלען זיי ארום, און זייערע לעבנס זענען אין געפאר פון די אינטענסיווע באמבאדירונגען פון די שלאכטן. די עטליכע הונדערט פארבליבענע אייסיס קעמפער האבן געשיקט א מעסעדש צו די קורדישע מיליציע קרעפן אין וועלכע זיי טראגן אן זיך צו אראפלייגן די וואפן אין אויסטויש אז מען זאל זיי לאזן אריבערגיין זיכערערהייט צום אידליב פראווינץ וואס איז קאנטראלירט דורך ראדיקאלע איסלאמישע רעבעלן גרופעס, אבער דער אנבאט איז אפגעווארפן געווארן דורך די קורדן.
די קעמפער זענען פארכאפט אין א קליינע שטח פון ארום איין סקווער מייל אינעם באנגוז געגענט נעבן דעם טייך פרת, און די קורדישע קעמפער האבן זיי געגעבן אן אולטימאטום זיך צו אונטערגעבן, אדער וועלן זיי גענצליך באמבאדירן דעם געגענט, א שריט וואס קען קאסטן פילע ציווילע פאטאליטעטן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה