דער הויפט פאליטישער ראטגעבער פונעם קאנאדער פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט זיך אנטזאגט פון זיין אמט, נאכ׳ן קומען אונטער קריטיק אז ער האט געלייגט דרוק אויף די יוסטיץ דעפארטמענט צו פארגרינגערן די שטראף פאר א קאנסטרוקציע פירמע וואס איז באשולדיגט געווארן אין קארופציע. די געוועזענער יוסטיץ מיניסטארשע אין די טרודאו קאבינעט האט געזאגט, אז זי איז געקומען אונטער דרוק צו פארגרינגערן די שטראף פון די פירערשאפט פון א ריזיגע קאנאדישע פירמע וועלכע האט געהאט אונטערגעשמירט מיט שוחד באאמטע אין די קאדאפי רעגירונג אויף צו באקומען רעגירונג קאנטראקטן פאר צו בויען אין ליביע.
דער ראטגעבער דשעראלד באטס האט רעזיגנירט פון אמט, און דערביי געלייקנט די באשולדיגונגען. אבער דער סקאנדאל פלאגט שטארק דעם פרעמיער מיניסטער און שעדיגט זיין פאפולאריטעט, און קען אים שאטן ביי די וואלן וועלכע קומען הערשט פאר אין אקטאבער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה