דער אויסטראלישער פרעמיער מיניסטער האט נעכטן אינפארמירט פאר׳ן פארליאמענט אז דאס לאנדס פאליטישע פארטייען זענען געקומען אונטער א גאר סאפיסטיקירטע סייבער אטאקע, וועלכע איז - ווי עס שיינט - דורכגעפירט געווארן דורך א שפיאנאזש אנגעטור פון א פרעמד לאנד, אבער האט נישט אנגעגעבן וועלכע לאנד שטייט אונטער דעם. די אטאקע האט געצילט די קאמפיוטערס פון די גרויסע פאליטישע פארטייען, און קומט עטליכע חדשים פאר מען גרייט זיך צו פרישע וואלן, און עס ברענגט אויף די פארדאכט אז דער ציל פון די אטאקע איז געווען זיך צו מישן אין די וואלן, ענליך צו די סארט אפעראציע וואס רוסלאנד האט דורכגעפירט קעגן אמעריקע אין די לעצטע פרעזידענטליכע וואלן.

די ארטיגע מידיא ברענגט אויף שפעקולאציעס וועלכע לאנד איז געשטאנען דערונטער, און די הויפט פארדאכט פאלט אויף כינע, וועלכע האט אין די לעצטע יארן זיך באנוצט מיט אזעלכע סארט אטאקעס. אבער אנדערע זאגן אז עס קוקט אויס אן אפעראציע פון רוסלאנד, און איז א טייל פון זייער גלאבאלע מיסיע פון אונטערמינעווען דעמאקראטישע לענדער.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל