וואַשינגטאָן - אַ קאָאַליציע פון 16 שטאַטן, אַריינגערעכנט קאַליפאָרניע און ניו יארק, האבן זיך נעכטן קעגנגעשטעלט פּרעזידענט טראָמפּ אין געריכט איבער זיין פּלאַן צו נוצן עמורדזשענסי מאכט צו שפענדן ביליאָנען דאלער פאר זיין גרעניץ וואַנט.

דער קלאגע איז טייל פון אַ קאַנסטיטוציענאלע געראנגל וואס טראָמפּ האט אנגעצינדן פרייטאג ווען ער האט דערקלערט אַז ער וועט אויסגעבן ביליאָנען דאלער מער פאר גרעניץ בעפעסטיגונגען ווי קאנגרעס האט אים געגעבן. דער קאַמף האט אויפגעברענגט פראגעס איבער קאנגרעסיאָנאַלע קאָנטראָל איבער שפּענדינג, די פאַרנעם פון עמורדזשענסי מאכטן וואס דער פּרעזידענט האט, און ווי ווייט די געריכטן זענען גרייט צו גיין צו אויבגלייכן אַזאַ פּאָלעמיק. די קלאגע, אריינגעגעבן אין די פעדעראלע דיסטריקט געריכט אין סאַן פראַנסיסקאָ, טענה'ט אַז די פּרעזידענט האט נישט די לעגאלע מאַכט צו אוועקנעמען געלד צו בויען אַ וואַנט לענגאויס די מעקסיקאַנער גרעניץ ווייל עס איז קאנגרעס וואָס קאָנטראָלירט שפּענדינג.

ר-ל: קאַליפאָרניע אטורני דזשענעראל סאַוויער בעסעראַ און קאַליפאָרניע גאווערנאר געווין ניוסאם

די קלאגע




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל