שטראַסבורג, פראַנקרייך - אַרום 80 קברים זענען פארשמירט געווארן מיט האקנקרייצן ביי אַ אידישע ביה"ח אין מזרח פראַנקרייך, האבן לאקאלע באאמטע געזאגט, עטליכע שטונדע פאר א גרויסע מאַרטש היינט קעגן אַ העכערונג אין אַנטיסעמיטישע אנפאלן.

די שאדן איז אנדעקט געווארן היינט צופרי אין אַ בית החיים אין דעם דאָרף קוואַטזנהיים, נאָענט צו דער גרענעץ מיט דייטשלאַנד אין די עלזאַס געגנט. בילדער ווייזן די נאַצי סימבאָלן אין בלוי פארב, אנגעפירקלט אויף די געשעדיגטע מציבות, איינער פון זיי לייענט זיך די ווערטער "עלסאַסיסטשע שווארטצע וועלף", א סעפּאַראַטיסטן גרופּע מיט פארבינגונג צו נעא-נאַציס אין די 1970'ס.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל