עס איז שוין שטארק קאלט יעצט צופרי, ארום 20 אין שטאט און נאנט צו 15 אפסטעיט. היינט וועט זיין טייל זוניג און קאלט צופרי, אבער א שטארקע ארטיק פראנט וועט אנקומען פון מיטאג צייט אפסטעיט און נאכמיטאג אין שטאט. די פראנט וועט ברענגען א קורצע אבער שטארקע שניי סקוואל, שווערע שניי און הויכע ווינטן זענען מעגליך מיט די סקוואל. איינמאל די פראנט גייט פארביי, וועלן טעמפּעראַטורן אנהויבען צו פאלן דראסטיש, און ביי אווענט וועט שוין זיין אין די 10׳ערס אין שטאט, און אפילו קעלטער אפסטעיט.

פאר כסדר'דיגע אפדעיטס, שרייבט אייך איין:

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל