דער אמעריקאנער מיליטער האט געמאלדן, אז זיי האבן דעם מיטוואך אומגעברענגט צען על-שאבאב טעראריסטן אין א איינצעלנע באבאדירונג אין סאמאליע, אין וועלכע עס זענען נישט געווען קיין שום ציווילע פאטאליטעטן. דאס קומט נאכדעם וואס אין דעם פארגאנגענעם יאר האט דער אמעריקאנער מיליטער אדורך געפירט זיבן און פערציג לופט אטאקעס אין סאמאליע. דער על-קאידא אפיליאירטע על-שאבאב טעראר גרופע, קאנטראלירט גרויסע טיילן פון דרום און צענטראל סאמאליע, און טוט אפט אדורכפירן טויטליכע טעראר אטאקעס אנטקעגן רעגירונגס צילן אין דער הויפטשטאט מאגאדישוי. דער אמעריקאנער מיליטער טוט שוין באמבאדירן על-שאבאב זינט איר גרינדונג אין 2006, אונטער פרעזידענט טראמפ האט דער אמעריקאנער מיליטער דראסטיש פארמערט די באמבאדירונגען און אומגעברענגט איבער 300 טעראריסטן אין יאר 2018 אליין, בלויז עטליכע וואכן צוריק זענען צווי און זעכציג על-שאבאב טעראריסטן אומגעברענגט געווארן אין א סעריע העפטיגע באמבאדירונגען אין פארלויף פון צוויי טעג.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה