אין א צערמאניאלע פראצעדור איז נעכטן די געוועזענע דעמאקראטישע ספיקערין נענסי פעלאוסי ווידער ערוועלט געווארן אלס ספיקער פון דעם 116טן דעמאקראטיש-קאנטראלירטן קאנגרעס. זי איז איבערגעקומען אינערליכע אפאזיציע, און עס איז געלונגען צו פאראייניגן די איבערוויגנדע מערהייט פארטיי אונטער איר, אבער פארט זענען געווען 15 שטימען קעגן איר פירערשאפט. איר ערשטע לעגיסלאטיווע דערגרייכונג איז געווען א ביל צו פינאנצירן דעם רעגירונג און ענדיגן דעם שאטדאון, אבער די רעפובליקאנער פירער האבן קלאר געשטעלט אז זיי וועלן נישט ארויפברענגען דעם ביל אין סענאט, וויבאלד דער פרעזידענט האט פארשפראכן אז ער וועט עס סיי ווי נישט אונטערשרייבן אהן קיין 5 ביליאן דאלער פאר׳ן גרעניץ וואנט. אצינד ווארט מען דעריבער אויף די היינטיגע זיצונג אין ווייסן הויז מיט די פירער פון קאנגרעס און סענאט פון ביידע פארטייען וואו מען ווען פרובירן אויסהאמערן א קאמפראמיס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל