נאנט צו טויזענט בריטישע פאליציאנטן פון ענגלאנד און סקאטלאנד, וועלן אנהויבן טרעינירונגען, צו זיין גרייט פאר מעגליכע ראיאטן אין צפון איירלאנד, אין פאל בריטאניע ציט זיך ארויס פון דער אייראפעאישער פאראיין אָן קיין אפמאך. די זארג איז אז ענגלאנד וועט מעגליך זיין געצוואונגען צו בויען א פיזישע גרעניץ, צווישן דער זעלבסשטעדיגער דרום איירלאנד און צפון איירלאנד וועלכע איז אונטער בריטישע קאנטראל, אבער טייל  איינוואונער פון צפון איירלאנד זענען גאר סענסיטיוו צו דעם געדאנק פון זיך פיזיש אפטיילן פון דרום איירלאנד. דער באשלוס אנצוהויבן טרענירונגען איז געקומען נאכדעם וואס לאקאלע פאליציי פון צפון איירלאנד, האבן געבעטן פון בריטישע און סקאטישע פאליציי זיי צו שיקן פארשטארקערונגען, כדי זיך צו ספראווען מיט יעדע פראבלעם וואס קען ארויסקומען פון א פיזישע גרעניץ.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל