ביי א רעדע נעכטן אינעם פענטאגאן, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעלייגט זיין פלאן צו אנטוויקלן מיליטערישע מעגליכקייטן אין ספעיס. ער האט געזאגט אז אין ליכט פון די פרישע מיליטערישע מעגליכקייטן פון רוסלאנד און כינע, האט אמעריקע נישט קיין מיליטערישע אויבערהאנט אויב זי אנטוויקלט נישט קיין ספעיס מיסיל סיסטעם וועלכע זאל קענען דערשפירן יעדע מיסיל באוועגונג איבער די וועלט צו קענען נעמען באלדיגע שריט. דער פלאן רופט נישט אויף צו לייגן פאקטישע מיסילס אין ספעיס, אבער רופט יא פאר א ברייטערע שטודיע איבער אזא מעגליכקייט, א זאך וואס ברענגט אויף זארג איבער א פרישע ״ספעיס וואפן געיעג״ וואס דאס קען ברענגען.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל