גאר דראמאטישע באריכט אינעם ״באזפיד״ נייעס קוואל, וועלכע איז באזירט אויף עטליכע קוועלער אינעם יוסטיץ דעפארטמענט.

לויט דעם באריכט האבן אויספארשער באווייזן אז טראמפ פערזענליך האט געהייסן זיין אדוואקאט מייקל כהן, צו ליגנט זאגן פאר קאנגרעס ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די ביזנעס פארבינדונגען צוווישן טראמפ און רוסלאנד. דער באריכט זאגט אז טראמפ האט געהייסן כהן פארן קיין מאסקווע אין ברען פון די פרעזידענטליכע פארמעסט צו איבערשמועסן א פלאן צו בויען א פראיעקט אין מאסקווע, און האט אים שפעטער געהייסן אז ער זאל עס פארהוילן פון קאנגרעס. פילע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געזאגט אז אויב דאס שטעלט זיך ארויס ריכטיג איז דאס גענוג אויף צו אימפיטשן דעם פרעזידענט, און ביים פארהער פאר׳ן קומענדיגן אטוירני דזשענעראל וויליאם באר האט ער איינגעשטימט אז אויב דאס איז ריכטיג איז דאס אן ערנסטע פארברעכן. דערווייל האט אבער די יוסטיץ דעפארטעמנט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן אויף די געשיכטע.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל