דער סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו, געפונט זיך יעצט אויף א דיפלאמאטישע מיסיע צום מיטל מזרח, און האט צווישן אנדערע זיך געטראפן מיט׳ן איראקער פרעמיער מיניסטער, און אויסגעדרוקט זארג איבער די איראנער אקטיוויטעטן אין לאנד, ער האט צווישן אנדערע געזאגט פאר׳ן פרעמיער מיניסטער, אז אמעריקע אנערקענט די געברויך פון מדינת ישראל זיך צו באשיצן פון איראנער דזשיהאדיסטישע מיליציעס אינעם ראיאן, און אז אמעריקע וועט שטיין אין די זייט אויב מדינת ישראל באשליסט צו באמבאדירן איראנער באזעס אין איראק. דאס ווערט געזען ווי אן אנדייטונג אז מדינת ישראל האט איינגעמאלדן אמעריקע איבער אזא באשלוס.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל