דער אלטיטשקער פרינץ פיליפ, דער מאן פונעם קעניגן פון בריטאניע און די קאמאנוועלט, איז געווען פארמישט נעכטן אין א שווערע עקסידענט, אין וועלכע זיין קאר האט זיך איבערגעקערט, אבער צום פרייד פונעם בריטישן פאלק איז דער באליבטער פרינץ ארויס אן קיין שום וואונד, און האט ארויסשפאצירט פונעם איבערגעדרייטן ״רענדש ראווער״ אומבאשעדיגט. מערקווירדיג אז די פאליציי האט אונטערזוכט דעם דרייווער און דער פרינץ מיט א אלקאהאל טעסט, דער פרינץ איז באקאנט מיט זיין ליבשאפט פאר א גלעזל משקה, און פאליצייאישע פראטאקאל אין בריטאניע פארלאנגט צו אונטערזוכן אלע פאסאזשירן אין פאלן פון אן עקסידענט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה