די לאנגע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקע און כינע הייבן אן ברענגען רעזולטאטן, און רעגירונג באאמטע אין כינע האבן געזאגט אז זיי זענען איינשטימיג אויף א זעקס יעריגע פלאן, אונטער וועלכע כינע וועט דראסטישע העכערן די צאל פראדוקטן וואס זי קויפט איין אויפ׳ן אמעריקאנער מארקעט אין א פרואוו צו איינצוימען דעם האנדלס דעפעציט וועלכע שטייט יעצט ביי הונדערטער ביליאנען דאלער יערליך. דאס וועט העכערן די אמעריקאנער אימפארט קיין כינע צו ארום א טריליאן דאלער יערליך און דער האנדלס דעפעציט איז ערווארטעט צו ווערן גענצליך געשלאסן ביז 2024. די נייעס האט געגעבן א שטארקע שטופ פאר די סטאק מארקעט וועלכע איז שטארק געשטיגן היינט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה