א גוטען אווענט. די וואלקענס און קאלטע לופט איז אין פלאץ פאר די ערשטע שטורם איבערנאכט. דאס וועט ברענגען א לייכטע שניי איבעראל. די ערד איז קאלט, און דעריבער וועט די שניי קלעבן און מען קען זעהן פון 1-2 אינטשעס אין שטאט, און פון 2-3 אינטשעס אפסטעיט.

אין שטאט ווערט מילד גענוג איבערצוטוישען די שניי אויף רעגן ביי פרייטאג צופרי. שפעטער צופרי ענדיגט זיך די שניי /רעגן, און די זון קען ארויסקומען נאכמיטאג. עס ווערט קעלטער פרייטאג צונאכטס, און שבת בייטאג וועט זיך אנהויבן טייל זוניג מיט וואלקענס אויפן וועג אריין נאכמיטאג.

די קומענדיגע און גרעסערע שטורם קומט שפעט שבת נאכמיטאג/מוצאי שבת, און וועט זיך אנהויבן ווי שניי, וואס קען פאלען שווער. מוצאי שבת וועט מילדערע לופט אריינקומען און טוישן די שניי צו אייז און רעגן. ערשט אין שטאט און צוביסליך אפילו אפסטעיט. דאס מיינט אבער נישט אז די גאסן ווערן בעסער, ווייל אפסטעיט קען פאלן אסאך אייז און פארפרוירענע רעגן, און דאס איז נאך ערגער ווי שניי. זונטאג בייטאג וועט זיך אלעס טוישן צו סתם רעגן כמעט איבעראל און אפילו אפסטעיט פאר א עטליכע שעה. זונטאג נאכמיטאג קען זיך דער גאנצע זאך צוריקטוישן צו אייז און שניי, און ענדיגן. עס קען פאלן א סך בכל פון 3 אינטשעס אין שטאט מוצאי שבת, און ארום 6 אינטשעס אפסטעיט. אויב די שניי פאלט שווער אדער האלט אן אביסעל לענגער מוצאי שבת, קען מען באקומען אביסעל מער, אבער ווי עס זעהט אויס איז די שטורם נישט קיין שניי שטורם פאר ניו יארק סיטי און ארומיגע ערטער. אין די קעטצקילס און העכער אפסטעיט, קען די שטורם ברענגען פון 1-2 פוס שניי, אדער מער אבער נישט פאר אונז.

די רעגן וועט אוועק-וואשן די שניי אין שטאט און זונטאג וועט זייין ווינטיג און שטורמדיג, מיט שווערע רעגן. זונטאג נאכט ווערט פראסטיג קאלט, מיט די קעלטסטע וועטער פון די גאנצע ווינטער מעגליך מאנטאג צופרי.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-❄️30
פרייטאג-🌨?/🌥42
צונאכט-🌛☁️28
שבת-🌤◀️🌨?35
מוצאי שבת-❄️◀️⛷☔️28
זונטאג-☔️◀️⛷❄️?36
נאכט-☁️🌛💨8
מאנטאג-🌤💨17
דינסטאג-🌤28
מיטוואך-🌦42
דאנערשטאג-🌤37

לעיקוואוד
היינט נאכט-❄️?☔️32
פרייטאג-🌧?/🌥42
צונאכט-🌛☁️28
שבת-🌤◀️🌨?36
מוצאי שבת-❄️?☔️40
זונטאג-☔️◀️⛷❄️?40
נאכט-☁️🌛💨10
מאנטאג-🌤💨18
דינסטאג-🌤30
מיטוואך-🌦45
דאנערשטאג-🌦42

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-❄️24
פרייטאג-🌨?/🌥38
צונאכט-🌛☁️23
שבת-🌤◀️🌨?30
מוצאי שבת-❄️◀️⛷24
זונטאג-⛷◀️❄️?27
נאכט-☁️🌛💨0
מאנטאג-🌤💨10
דינסטאג-🌤22
מיטוואך-🌨?37
דאנערשטאג-🌤32




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל