פרעזידענט טראמפ קומט ווידער אונטער קריטיק פאר א טוויט וואס ווערט געזען אלס ראסיסטיש, ער האט ציטירט אן ארטיקל אינעם ״וואשינגטאן עקזעמינאר״ וועלכע האט ציטירט אן אנאנימע קוואל איבער אנגעבליכע מוסלעמענער געבעט טעפיכער וועלכע זענען געפונען געווארן ביים דרום גרעניץ, דער פרעזידענט האט דאס גענוצט אויף צו אונטערשטיצן זיין באהויפטונג אז טעראריסטן פון מיטל מזרח שמוגלן זיך אריבער דעם גרעניץ. פילע האבן פארדאמט דעם טוויט זאגנדיג אז דער פרעזידענט טוט דערמיט מוטיגן שנאה קעגן מוסלעמענער, אריינגערעכנט פרידליכע מוסלעמענער, דורך אראפמאלן א נאראטיוו אז יעדע מוסלעמענער איז א געפאר פאר אמעריקע.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל