אין א שריט צו לייגן דרוק אויף דעמאקראטן האט פרעזידענט טראמפ נעכטן געזאגט אז ער קלערט פון אויסנוצן זיין פרעזידענליכע מאכט פון דערקלערן א נאציאנאלע עמורדזשענסי און אזוי ארום פינאנצירן דעם וואנט פונעם מיליטערישן בודשעט. אזא שריט קען אויך שאפן א שטארקע קאנטראווערסיע און געזעהן ווערן ווי א מיסברויך פון פרעזידענטליכע מאכט פאר פאליטישע צוועקן. דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ער וועט האלטן א ספעציעלע רעדע היינט אווענט צו רעדן איבער גרעניץ זיכערהייט, און גלייכצייטיג אראפפארן צום דרום גרעניץ פאר א באזוך צו אונטערשטרייכן דעם אנגעבליכן קריזיס וואס הערשט דארט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה