צוויי אמעריקאנער בירגער זענען געכאפט און ארעסטירט געווארן דורך אמעריקאנער-געשטיצטע סירישע רעבעלן, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז זיי האבן פלאנירט א מאסיווע טעראר אטאקע אויף ציווילע. זיי האבן אים אינדעטיפיצירט אלס ווארען קריסטאפער קלארק פון יוסטען טעקסאס, אבער זיין פאמיליע לייקנט אז ער איז געווען רעקרוטירט דורך אייסיס, און זאגן אז ער איז דארטן אלס לערער פון ענגליש פאר סירישע קינדער, און אויך די פענטאגאן האט זיך דערווייל אפגעהאלטן פון רעאגירן אויף דעם באריכט. די "סירישע דעמאקראטישע קרעפטן" האבן איבער 700 אויסלענדישע אייסיס קעמפער אין געפענגעניש, און אויך אינעם יעצטיגן אפעראציע האבן זיי ארעסטירט א צאל אויסלענדישע קעמפער, אריינגערעכנט פון איירלאנד און פון די קאריביער אינזלן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה