נאכדעם וואס די ספיקער פון קאנגרעס נענסי פעלאוסי האט צוגעשיקט א בריוו צום פרעזידענט אין וועלכע זי אפעלירט אז ער זאל אפשטופן דעם "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע צוליב דעם שאטדאון האט פרעזידענט טראמפ קלארגעשטעלט אז ער פלאנט ווייטער דעם רעדע, און האט גלייכצייטיג זיך אפגערעכנט מיט איר דורך אפרופן א רייזע וועלכע זי האט געפלאנט קיין אייראפע און מיטל מזרח, דורכ'ן באפעלן דעם מיליטער איר נישט צו צושטעלן קיין פליגער. אינעם בריוו האט דער פרעזידענט אנגערופן דעם דיפלאמאטישע מיסיע א "פאבליק רילעישאנס" רייזע, און צוגעלייגט אז עס פאסט נישט צו אונטערנעמען אזא נסיעה ווען 800 טויזנט רעגירונג ארבעטער באקומען נישט באצאלט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה