גענעראל קים יאנג-טשאל, דער רעכטער האנט פונעם צפון קארעא דעספאט קים יאנג-אן, איז אויפ׳ן וועג קיין וואשינגטאן ברענגנדיג א פערזענליכע בריוו פון זיין אויבערהאר פאר פרעזידענט טראמפ, און איז ערווארטעט זיך צו טרעפן מיט׳ן סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא. דאס קומט אין די צייט וואס מען גרייט זיך אויף נאך א סאמיט צווישן די צוויי פירער, וועלכע וועט ווארשיינליך אפגעהאלטן ווערן אין וויעטנאם, א זאך וואס טראגט מיט זיך סימבאלישקייט וויבאלד עס איז א קאמוניסטיש לאנד וועלכע האלט אן גוטע באציאונגען מיט אמעריקע נאך לאנגע יארן פון מלחמה. אין די זעלבע צייט קומען פאר געשפרעכן אין שוועדן צווישן אמעריקאנער און צפון קארעאר דיפלאמאטן. אינטרעסאנט אז דאס קומט בלויז א טאג נאכדעם וואס וויצע פרעזידענט מייק פענס האט געזאגט אז דערווייל קוקט נישט אויס אז נארט קארעא האט גענומען סיי וועלכע קאנקרעטע שריט פאר דע-נוקלעארזאציע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה