עס איז היינט אויפגעדעקט געווארן אז דער לאנגיעריגער אדוואקאט און רעכטער האנט פון פרעזידענט טראמפ מייקל כהן האט דורכאויס דעם פרעזידענטליכע פארמעסט געצאהלט געלט פאר א סייבער פירמע צו העלפן פאר׳ן קאמפיין צו פארדרייען אנליין אנקעטעס צו העלפן טראמפ. די פירמע איז ארויסגעקומען מיט די אינפארמאציע נאכדעם וואס מייקל כהן איז זיי שולדיג געבליבן געלט, און זיי זאגן אז ער האט זיי געברענגט א רענצל מיט קעש אבער עס איז דארט געליגן בלויז א קליינע טייל פון די קעש. כהן האט רעאגירט צו די נייעס אז ער האט עס געטוהן אויף די פערזענליכע פארארדענונג פון טראמפ, און געזאגט אז ער האט חרטה פאר׳ן ארבעטן פאר אים און פאר די בלינדע געטריישאפט וואס האט אים געברענט צו טוהן אומלעגאלע שריט.
דזשאָן גאַוגער, סי.איי.אָו. פון רעד-פינטש סאָלושאָנס, איז אויפגענומען געווארן צו מעניפולירן די אנקעטעס
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה