א פארשוין אין דזשארדזשיע איז נעכטן ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס די עף-בי-איי האט אויפגעדעקט אז ער האט געהאט פלענער צו אטאקירן דאס ווייסע הויז מיט א היימיש-געמאכטע ראקעט. דער דזשיהאדיסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס האשער דזשאלאל טאהיב, אן 21 יעריגער מוסלעמענער.
דער עף-בי-איי איז ארויף אויף זיינע שפורן נאכדעם וואס זיין פאמיליע מיטגלידער האבן געזאגט פאר אויטאריטעטן אז ער איז ראדיקאליזירט געווארן, און אן עף-בי-איי אגענט האט זיך פארבינדן מיט אים פארשטעלט אלס א ראדיקאלער מוסלעמענער און ער האט מיטגעטיילט מיט זיי זיינע פלענער. ער האט געוואלט אדורכברעכן דעם צוים פונעם ווייסן הויז מיט א טראק און דאן עפענען פייער און שיסן א ראקעט און אויך זיך זעלבסט אויפרייסן. דער פארשוין האט לויט׳ן באריכט אויך פלאנירט צו אטאקירן א שול.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה