ווידעראמאל איז פרעזידענט טראמפ ארויסגעקומען קעגן זיין אייגענע שפיאנאזש באאמטע, און זיי אראפגעריסן איבער זייער לעצטע באריכט וואס זיי האבן איבערגעגעבן צו קאנגרעס אין וועלכע זיי ווארפן אפ רוב פונעם פרעזידענט'ס עפנטליכע סטעיטמענטס. דער באריכט זאגט אז איראן זוכט נישט יעצט צו אנטוויקלן נוקלעארע וואפנס און האלט זיך צום אפמאך, און אזוי אויך אפגעווארפן דעם פרעזידענטס באהויפטונגען איבער אייסיס אין סיריע, און איבער צפון קארעא. דער פרעזידענט האט אראפגעריסן די אגענטורן אלס ״שטארק נאיוו און פאסיוו״ ווען עס קומט צו איראן, און צוגעלייגט אז די ״שפיאנאזש אגענטן דארפן צוריקגיין אין שולע אריין״.

קוועלער אינעם ווייסן הויז האבן געזאגט פאר די פרעסע אז דער פרעזידענט איז אויך בייז איבער דעם וואס די זיכערהייט און שפיאנאזש עקספערטן האלטן נישט ביים איינשטימען אז עס פעלט אויס א גרעניץ וואנט ביים גרעניץ מיט מעקסיקא.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל