סענאַט דזשודישיערי קאַמיטע טשערמאַן לינדזי גרעהעם האט היינט אריינגעגעבן פאר די עף.בי.איי. איבער איר פארטאגס אָנפאַל אויף דער היים פון טראָמפּ קאַנפידאַנט ראַדזשער סטאָון, אין אַ בריוו צו עף-בי-איי- דירעקטאָר קריסטאָפער רעי.

דער סאוט קאראליינע סענאטאר גרעהעם פארלאנגט אז רעי זאל ערקלערן און בארעכטיגן די טאַקטיקן וואס זענען גענוצט געווארן צו ארעסטירן דעם רעפובליקאנער ראטגעבער. "איך בין זיכער די טאַקטיקן וואָלט'ן געהייסן א נאָרמאַל פּראָצעדור פאַר די אַרעסט פון אַ ווילדער קרימינאל, איך האָבן פראגעס איבער זייער נייטיגקייט אין דעם יעצטיגן פאַל", האט גרעהעם געשריבן.

פרייטאג פארטאגס, האבן מער ווי אַ טוץ שווער-באוואפענטע אַגענטן אנגעטון אין טאַקטישע קליידונג באפאלן סטאָון'ס היים. ער איז אַרעסטירט געווארן אויף קלאגעס פון ליגנט זאגן צו קאָנגרעס און שטערן די קאַנגרעציאָנאַלע אויספארשונג איבער די רוסישע אריינמישונג אין די 2016 וואַלן. די קלאגעס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך דעם ספּעציעלער פּראָקוראָר ראבערט מוללער.

סטאָון האט זיך דערקלערט אומשולדיג צו קלאגעס פאָרנט אַ פעדעראלע ריכטער אין וואַשינגטאָן דינסטאג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל