ספּעציעלן פּראָקוראָר ראַבערט מוללער'ס אָפיס האָט פרייטאָג אָפּגעלייקענט א דראמאטישע "באָזפיעד" באריכט, וואס האט געלויטעט אז זיין אויספארשונג האט געפונען באווייזן אז פרעזידענט טראָמפּ האט באפוילן זיין אדוואקאט מייקל כהן צו ליגנט זאגן פאר קאנגרעס איבער א פּראָספּעקטיווע ביזנעס פּראָיעקט אין מאָסקווע.

"באָזפיעד'ס באַשרייבונג פון ספּעציפישע סטעיטמענטס צו די ספּעציעל פּראָקוראָר'ס אָפיס, און כאַראַקטעריזירן פון דאָקומענטן און עדות'שאפט באקומען דורך די אָפיס, איבער מייקל כהן'ס קאנגרעסיאָנאַלע אויפטרעטונג זענען נישט פארלעסליך", האט געזאגט פיטער קאַרר, אַ ווארטזאגער פאַר מוללער.

די דערקלערונג איז געווען מערקווירדיג אויף עטלעכע פראנטן - דער ערשטער, די ספּעציעל פּראָקוראָר'ס אָפיס רעדט זעלטן, און צווייטנס, די סטעיטמענט צעווארפט די דראמאטישע באשולדיגונג וואס דעמאָקראַטישע געזעצגעבערס האבן פארגעשלאגן פריער אין די טאָג אז זי קען ברענגן די ענדע פון די טראָמפּ פרעזידענטשאפט.


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל