די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת שמות תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת שמות תשע"ט

מיין נסיעה קיין אנטארקטיקע!

שניי און אייז, פענגווינען און וואלפישן, ים-לייבן און פייגל, הימל און בערג און פינף א האלב מיליאן סקווער מייל פון פארשנייטע וויסטענישן – מיט א גרופע פון פינף מנינים אידן אין שפיץ פון דעם פאטאגראפיסט משה הערשקא — דער איניציאטאר פון דער נסיעה קיין אנטארקטיקע שילדערט די אטעם-פארכאפנדע ערפארונגען פון וויילן אויפ'ן ווייסן קאנטינענט אין יענעם עק וועלט. פארשריבן און דאקומענטירט דורך ״בן מנחם״

זיי מיר מוחל!

הרב אהרן יצחק אייזנבערג שילדערט וויאזוי די "עושה שלום" ארגאניזאציע העלפט אידן זיך איבערבעטן און שיקט א מנין אידן צו א קבר פון א נפגע

די היסטארישע שול אין פילאדעלפיע

א באזוך אין ביהמ"ד "קהל בני אברהם (אנשי) מרוסיא", וואו דער בארימטער הרב דוב אריה לעווינטאהל ז״ל האט געדינט אלס רב, זייענדיג איינער פון די באקאנטסטע און איינפלוסרייכסטע רבנים על אדמת אמעריקע הארט פאר'ן קריג

אבד חסיד: א טרער אויפן פרישן קבר פון הרה"ח הישיש מו"ה יצחק שלמה האפמאן ז"ל --- המחנך הרב שלום יעקב וואזנער: זיי שטארק און באווייז דיין שוואכקייט! --- הרב שבתי פריעד: א מלמד אין בעט --- סודות פון רבי טובי׳ מאיר: דער צעשטערטער ניטל שלאף --- שבת אין שפיטאל: ערפארונגען און טיפס ביים וויילן אין שפיטאל במשך שבתים און ימים טובים -- "פריזאן רעפארם" לעקציעס --- מיינונג-ארטיקל פון אחד הרבנים: האבן מיר ווידער אמאל פריצייטיג אנגעקלאגט? --- צווייטער טייל: די "שלאכט פון די באלדזש" --- און נאך!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל