פייערלעשער ראנגלען זיך צו פארלעשען א אכט-אלארם פייער ביי די "מארסעל פעפער מיללס" פאפיר פאבריק אין עלמוואוד פארק אין ניו דזשערסי, ווען טעמפּעראַטורן פאלן צו איינצעלנע נומערן.

די פייער האט זיך אנגעהויבן היינט נאך פינף נאכמיטאג אין די היסטארישע פאבריק וואס פארמאגט ריזיגע בולקעס פאפיר, פון די סארט וואס מען מאכט טוילעט פאפיר, טאועל פאפיר און טישוס. ביי 6:30, איז די דאך איינגעפאלן. די 425,000 קוואַדראַט-פיס פעקטאָרי און ווערהאוז געפונט זיך הארט נעבן די פּעסעיק ריווער, און איז א לענדמארק באוואוסט מיט איר רויטע שילד, וואס איז שוין יעצט פארניכטעט.

מייקל פאלינגאו איז די ארטיגע פאליציי הויפט און בארא אדמיניסטראטאר, און ער זאגט אז די פאבריק האט שוין אסאך מאל געהאט פייערן, און זיי פארמאגן זייער אייגענע פייער בריגאַדע. "ווען נישט די פראסטיגע קעלטן, וואלט די פייער שוין לאנג געווען פולקאם אויסגעלאשן", האט ער געזאגט. עס שפירט זיך יעצט דארט - מיט די ווינטן - ביי זעכצן דעגרי אונטער זעראָ!

די פירמע איז געעפנט געווארן דורך ניקאָלעס מאַרסעלוס אין 1932, און איז אויסגעוואקסן אלס א ריזיגע אימפעריע וואס האט פראדוצירט 200 מיליאן דאלער אין יעהרליכע איינקונפט.

ברענעדיגע שטיקער פון די געביידע איז געשיקט געווארן פליען דורך די ווינטן, און פאמיליעס זענען עוואקואירט געווארן פון זייערע היימען, און אויך דערנעבנדיגע געשעפט און פאבריקן זענען עוואקואירט געווארן. שווערע פארשפעטיגונגן זענען באריכטעט געווארן אויף די דערנעבנדיגע רוט 80 שאסיי, נעבן די עקזיט 61 ראמפּ, צוליב די פארקירעוועטע פארקער. די נעוואַרק לופטפעלד איז אויך צייטווייליג פאַרמאַכט געווארן נאָכדעם וואס פילאטן האבן זיך אפגערעדט אז זיי קענען נישט זעהן די ראנוועי צוליב די שווערע רויך פון די פייער.

קיין פארוואנדעטע זענען באריכטעט געווארן.

די פלאמען צינגן קענען געזעהן ווערן פון די שאסיי
די פלאמען צינגן קענען געזעהן ווערן פון די שאסיי

די שרעקליכע פלאמען פון די נאנט
די שרעקליכע פלאמען פון די נאנט

די ריזיגע פייער
די ריזיגע פייער

די גרויסע פייער, געזעהן פון די הייעך
די גרויסע פייער, געזעהן פון די הייעך

מאפע פון די אויסגעשפרייטע רויעך
מאפע פון די אויסגעשפרייטע רויעך

פייערלעשער ארבעטן דארט אין די שווערע פרעסטן
פייערלעשער ארבעטן דארט אין די שווערע פרעסטן

א בילד פון די פייער, גענומען געווארן דורך א פאסאזשיר אויף א פליגער
א בילד פון די פייער, גענומען געווארן דורך א פאסאזשיר אויף א פליגער

אומקלאהרע אבער שרעקליכע בילד פון די פייער
אומקלאהרע אבער שרעקליכע בילד פון די פייער

די פאבריק פאר די פייער
די פאבריק פאר די פייער












קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל