אין א פאראייניגטע אויפטריט צווישן מעיאר דעבלאזיא מיט קאונסיל ספיקער דזשאנסאן, האט ביידע געמאלדן אז א לאנג-ערווארטעטער פראגראם פון ביליגע רייזעס אויף דעם ניו יארקער טראנזיט סיסטעם וועט זיין גיליטיג פאר מענטשן וועלכע זענען פוד סטעמפס געניסער אדער באקומען קעש הילף פון דער סטעיט רעגירונג.  זיי האבן אויך געמאלדן אז די סיטי וויל אויסברייטערן דעם פראגראם אז עס זאל ארייננעמען וואס מער ניו יארקער, אריינגערעכנט די וואס באקומען פארשידענע סארט פעדעראלע הילף, אבער דאס וועט ערשט פאסירן דעם קומענדיגן אפריל. פאר מער אינפארמאציע קען מען רופן דעם 311 שטאטישער האטליין.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל