כינעזער סאטעליט האט היינט באוויזן צו לאנדן און צוריקשיקן בילדער און אינפארמאציע פון די אונטערשטע זייט פון די לבנה, די זייט וועלכע ווערט נישט געזען אויף דער ערד, און ווערט אפט גערופן די "טונקעלע זייט" טראץ וואס אייגענטליך איז דארט דא טאג און נאכט אזוי ווי אויף דער ערד. דאס איז די ערשטע מיסיע פון סיי וועלכע לאנד צו לאנדן דירעקט אויף יענע זייט פון די לבנה, און עס איז מער קאמפליצירט וויבאלד עס איז אוממעגליך צו האבן דירעקטע סאטעליט קאנטאקט צו די ערד פון דארט און עס דארף אריבערגיין דורך א צווייטן סאטעליט. דער סאטאליט האט שוין באוויזן צו צוריקשיקן קלארע בילדער און זיי ווערן באצייכנט דורך אסטראנאמער אלס מער שטיינערדיג און "ווילד" ווי דער זייט פון די לבנה וואס מיר קענען. כינע האט שטארק געפייערט דעם פארשריט, און פארשפראכן אז זי גרייט זיך צו ארויפשיקן אסטראנאטן צום לבנה, א זאך וואס האט שוין נישט פאסירט באלד 40 יאר.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל