ארום 250 קאנטעינערס, טייל דערפון אנגעפולט מיט שעדליכע כעמיקאלן, זענען אפירגעקומען ארום די ברעגעס פון צפון האלאנד, נאכדעם וואס ווינטן האבן זיי אראפגעווארפן פון א רייזנדע פראכט שיף נעבן דייטשלאנד. עס האנדלט זיך פון דער עם-עס-סי זאָו שיף וואס ווערט באצייכנט אלס דער גרעסטער פראכט שיף אין אייראפע מיט די מעגליכקייט צו טראגן 19 טויזנט קאנטעינערס אויף איינמאל, און ווען שטארקע כוואליעס האבן געשאקלט דעם שיף זענען הונדערטער קאנטעינערס ארויסגעפאלן, און דער שיף איז קוים ארויס אומבאשעדיגט. אויטאריטעטן זענען באזארגט אז די מאסיווע קאנטעינערס קענען שאפן שאדנס אויב זיי שטויסן זיך אן אין אנדערע שיפן, און אזוי אויך איבער די פארפעסטיגונג פון די כעמיקאלן וועלכע זענען געווען אין טייל פון די קאנטעינערס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל