בעידזשינג האָט געמאָלדן אַז איר אַזוי-גערופענע "קעריער רוצח" אַנטי-שיף מיסל איז שוין אַרויסגעשיקט געוואָרן קאַמפּס-גרייט, קוים אַ טאָג נאָכדעם וואָס די יו.עס. נעווי האָט אַריבערגעשווימען אַ קריגס שיף דורך אינזלען אין די סאַוט טשיינע סי וואָס זענען אַ אינטערנאַציאָנאַלע געראַנגל איבער זייער הערשאפט. כינע'ס "די-עף-26" באַליסטישע מיסל, וואָס דאַרף קענען גרייכן 1,900-2,500 מייל, איז געפירט געוואָרן צו די צפון-מזרח טעריטאָריע.

די באַליסטישע די.עף.26 מיסל קען גענוצט ווערן אין אַ נוקלעאַרע, טראָדיציאַנאַלע און שיף באָמבאַדירונג. די פאַקט אַז זי קען גענוצט ווערן סיי מיט נוקלעאַרע שפּיצן און סיי אָהן, מאַכט איר ספּעציעל מסוכן, צוליב וואָס די לאַנד וואָס איז איר ציהל וועט מעגליך רעאַגירן מיט אַ נוקלעאַרע אַטאַקע איידער די מיסל טרעפט אָן איר ציהל, צו קענען זיין דער ערשטער אַטאַקירער (וואָס איז דער אָנגענומענער שליסל צו געוואונען אַ נוקלעאַרע קריג), אפילו עס קען זיך שפּעטער אַרויסשטעלן צו האָבן נאָר אַ טראָדיציאַנאַלע, נישט-נוקלעאַרע שפּיץ.

כינע האט געפירט אירע "די-עף-26" באַליסטישע מיסלס צו די צפון-מזרח טעריטאָריע
כינע האט געפירט אירע "די-עף-26" באַליסטישע מיסלס צו די צפון-מזרח טעריטאָריע

כינע'ס "די-עף-26" באַליסטישע מיסל
כינע'ס "די-עף-26" באַליסטישע מיסל

כינע'ס "די-עף-26" באַליסטישע מיסל
כינע'ס "די-עף-26" באַליסטישע מיסל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל