וואלקענס קומען אריין שפעט נאכמיטאג און ביינאכט, און א שוואכע שטורם גייט אדורך. דאס וועט ברענגען א לייכטע געמיש פון שניי און רעגן אין שטאט, און לייכטע שניי אפסטעיט. קיין גרויסע רעגן אדער שניי איז נישט ערווארט. מארגן צופרי ענדיגט זיך דאס ווי לייכטע שניי, מיט נאסע שאסייען און געסער אין שטאט. אפסטעיט קען פאלן א לייכטע צודעק, ביז איין אינטש, אדער צוויי - אין ערגסטען פאל. דערנאך ווערט טייל זוניג און קאלט ביז ענדע וואך.

א גרעסערע שטורם קומט אָן ביי דאנערשטאג נאכט, און עס קען זיין קאלט גענוג זיך אנצוהויבען ווי שניי אפסטעיט, אבער עס וועט זיך טוישען צו רעגן ביי פרייטאג. אזוי ווי פאריגע וואך, זעהט עס אויס רעגענדיג פרייטאג און פרייטאג צונאכטס, און עס ווערט שענער און קיהלער שבת בייטאג.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-🌧?🌨34
מאנטאג-🌨◀️🌤42
נאכט-🌛32
דינסטאג-🌤42
מיטוואך-🌤42
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-☔️52
שבת-🌤48
זונטאג-🌤38

לעיקוואוד
היינט נאכט-🌧?36
מאנטאג-🌤45
נאכט-🌛28
דינסטאג-🌤44
מיטוואך-🌤44
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-☔️54
שבת-🌤50
זונטאג-🌤40

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-🌨32
מאנטאג-🌨◀️🌤40
נאכט-🌛26
דינסטאג-🌤38
מיטוואך-🌤38
דאנערשטאג-🌤35
פרייטאג-☔️48
שבת-🌤45
זונטאג-🌤35




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל