נאך די מעלדונג פון דאנעלד טראמפ אז ער וועט ארויסציען די אמעריקאנער קרעפטן, פון די קורדיש-קאנטראלירטע געגענטער און איבערגעבן די לייצעס פאר טערקיי, האבן לאקאלע קורדישע מיליציעס באשלאסן צו קאלאבארירן מיט די אסאד מיליטער, אויס זארג אז טערקיי וועט דורכפירן שחיטות אויף די קורדישע גרופעס, אזוי ווי זיי האבן שוין געטוהן אין די פארגאנגנהייט. און אזוי ארום האט די אסאד מיליטער - צום ערשטן מאל אין זעקס יאר - צוריקבאקומען קאנטראל פון שטאט מאנבידזש וועלכע איז דער הויפטשטאט פון די געגענט און איז קאנטראלירט געווארן ביז יעצט דורך די קורדן. די קורדישע פירער זאגן אז זיי זוכן זעלבסשטענדיגקייט, אבער אזוי ווי אמעריקע האט זיי פארלאזט אינמיטן די טרענירונג פון אויפבויען אן אייגענעם מיליטער, זענען זיי געצווינגען צו קאפיטולירן צו די אסאד קרעפטן צו זיך באשיצן פון די מערדערישע טערקישע רעזשים.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל