רוסלאנד האט געשיקט א שארפן מעסעדזש צום טערקישן רעגירונג אז זיי זאלן געבן צוטריט צו די אסאד קרעפטן, נאכדעם וואס אמעריקע ציהט זיך ארויס פון דעם געגענט נעבן דעם טערקישן גרעניץ. טערקיי האט קלארגעשטעלט אז זיי זוכן צו איבערנעמען די לייצעס פון אמעריקע, כדי צו קאנטראלירן די קורדישע געגענטער און פארזיכערן אז זיי מאכן נישט קיין אויפשטאנד קעגן טערקיי, אבער רוסלאנד האט קלארגעשטעלט אז זי וועט שטיין דערויף אז אסאד און זיין מיליטער זאלן צוריקבאקומען קאנטראל אינעם גענגט נאכדעם וואס אמעריקע פארלאזט. באריכטן אין סיריע זאגן, אז סיי די אסאד מיליטער און סיי טערקישע קרעפטן האבן אנגעהויבן מאביליזירן כוחות צום גרעניץ.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל