דער סאודיער קעניג סאלמאן האט היינט פארארדענט א רייע אויפשאקלונגען אין זיין רעגירונג, אריינגערעכנט ערזעצן דעם אויסערן מיניסטער אדעל על-זשובעיר וועלכער וועט יעצט דינען אויף א נידריגערע פאזיציע, און זיין פלאץ ווערט ערפולט ווערן דורך איבראהים על-אסאף וועלכע האט געדינט ביז יעצט אויף א רייע הויכראנגיקע פאזיציעס אין סאודי אראביע. דאס איז בלויז א טייל פון א ברייטע טויש וואס דער קעניג זוכט צו מאכן אין ליכט פון דעם מארד, און ספעציעל די שלימזל׳דיגע רעאקציע און האנדלונג פון סאודי אראביע וואס האט איר איבערגעלאזט דיפלאמאטישע איזאלירט, און פילע לענדער האבן זיי טיילווייז באיאקאטירט אדער אנולירט האנדלס אפמאכן.
פון רעכטס צו לינקס: דער ארויסגייענדיגע אויסערן מיניסטער אדעל על-זשובעיר און דער נייער אויסערן מיניסטער איבראהים על-אסאף
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה