א חתונה וואס האט נעכטן געזאלט פארקומען, איז אפגעשטופט געווארן מיט א וואך, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער חתן איז אנגעשטעקט מיט מיזעלס. דער חתן - וועלכער איז פון אויסלאנד - איז מעגליך נישט געווען וואקסינירט, און די מחותנים האבן איינגעשטימט אויף די פארלאנגט פון די אויטאריטעטן צו אפשטופן די חתונה צו פארמיידן אז דאס זאל זיך ח״ו נישט מער פארשפרייטן. דער אינצידענט שטרייכט נאכאמאל אונטער די שווערע קאנסעקווענצן פון זיך נישט וואקסינירן, און וויאזוי דאס קען ביישטייערן צו פארארגערן דעם אויסברוך וואס שטייט שוין יעצט ביי איבער 50 באשטעטיגטע פעלער אין ברוקלין.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה