נאך א אנגעצויגענע יאר, אין וועלכע די צוויי לענדער האבן געהאט א דיפלאמאטישע קריזיס, האבן רוסלאנד און בריטאניע געעפנט געשפרעכן צו צוריקקערן דיפלאמאטן וועלכע זענען פארטריבן געווארן אין ליכט פון דעם ריס, וואס האט זיך געשאפן נאכדעם וואס רוסישע אגענטן האבן פרובירט צו פארסמ׳ן א געוועזענעם רוסישן שפיאן אין ענגלאנד. צענדליגע רוסישע דיפלאמאטן וועלן זיך אומקערן קיין לאנדאן אין די קומענדיגע וואכן, און אזוי אויך צענדליגע בריטישע דיפאלאמאטן קיין מאסקווע. די נייעס איז געמאלדן געווארן, דורך דעם רוסישן אמבאסאדער אין לאנדאן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל