טראמפ איז ערווארטעט צו מעלדן די אויפנאמע פון העטער נאוערט, אלס א פרישע אמבאסאדאר צו דער יו-ען. נאוערט דינט יעצט אלס ווארטזאגערין פון דער סטעיט דעפארמענט, און איז אין די פארגאנגענהייט געווען א קאמענטאטאר אויף דער קאנסערוואטיווע פאקס נייעס אגענטור. נאוערט האט נישט קיין לאנגע פאליטישע ערפארונג, און איז דעריבער ערווארטעט אויסצושטיין א שווערע באשטעטיגונגס פארהער אין דער סענאט, וואו דעמאקראטן וועלן איר צימבלען איבער איר ערפארונג. נא׳ארט האט אנגעקניפט גוטע באציאונגען מיט די אדמיניסטראציע א דאנק איר לאיאלקייט און דאס נעמען שטענדיג די ליניע פון די אדמיניסטראציע, און דער פרעזידענט באטראכט איר אלס איינע וואס וועט זיין געטריי צו זיין אויסערן פאליסי אגענדע.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל