לויט אכט געוועזענע און יעצטיגע ווייסע הויז אנגעשטעלע, איז פארהאן אן ערנסער זארג אין דעם ווייסן הויז איבער א רעסעסיע וואס וועט מעגליך פארקומען אין 2020, דער יאר וואס טראמפ לויפט פאר ווידערוויילונג.

דער זארג קומט טיילווייז צוליב דער אומסטאבילער סטאק מארקעט, וואס ווערט געזען לויט טייל עקספערטן אלס דער ערשטער צייכן פון אן עקאנאמישער אפשוואכונג.

דאס איז אויסער דער פאקט אז לויט דער געווענליכער עקאנאמישער טרענד  קומט געווענליך פאר א עקאנאמישע פארשטייטערונג אדער א רעסעסיע בערך צווישן יעדע אכט און צען יאר, און יעצט האלט מען שוין נאך היבש שטארקע עקאנאמישע וואוקס פאר צען יאר אין איין צי (עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז די זעלבע ראטע עקאנאמישע פארשטייטערונג אין 1992 האט געהאלפן דערצו אז דער ערשטער בוש זאל פארלירן צו ביל קלינטאן, האט ווידעראמאל פאסירט 7 יאר שפעטער אין 1999)

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל