דער ווייסער הויז האט נעכטן דאנערשטאג אפגעהאלטן צוויי חנוכה פייערונגען, ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט מלחמה איבערלעבער, ווי אויך עסקנים פון אלע שיכטן און קרייזן.

דער ערשטע פארטי איז געווארן אפגעשטופט מיט מיט איין טאג צוליב די באגרעבעניש צערעמאניע פון דעם געוועזענעם פרעזידענט בוש, וואס איז פארגעקומען דעם מיטוואך, און האט זיך אנגעהויבן בערך פיר אזייגער נאכמיטאג.

עס האבן זיך באטייליגט דער פרעזידענט און וויצע פרעזידענט מיט זייערע פאמיליעס. עס זענען אויך געווען אנוועזנד אכט האלאקאוסט איבערלעבער פון ברוקלין. דער אסעמבלימאן דוב הייקינד האט גענומען דאס ווארט און באדאנקט דעם פרעזידענט פארן דעפארטירן דעם נאצי וועכטער דזשאקי פאדזשיק פון די פאראייניגטע שטאטן.

שפעטער איז פארגעקומען נאך א צערעמאניע ביי וועלכע מען האט נאכאמאל געצינדן די מנורה מיט פארשידענע אידישע פערזענליכקייטן, עס האט זיך דארט אויך באטייליגט דער פאטער פון א אידישער אומגעקומע אין דער פארקלענד שולע שיסעריי און דער פרעזידענט האט געזאגט אז די מנורה ווערט געצינדן אין אנדענק פון דעם דאזיגן סטודענט.

אנדערש ווי פאריאר ווען דער פרעזידענט האט נישט געלאדענט אידישע קאנגרעסלייט וואס האבן אים קריטיקירט אין דער פארגאנגענהייט, האט דער ווייסע הויז דאס מאל איינגעלאדענט אלע אידישע קאנגרעסלייט.

בילד


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל