פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן, אז ער וועט נאמינירן וויליאם באַר - א געוועזענער אטורני דזשענעראל אונטער פרעזידענט דזשארדזש וו. בוש - צו זיין דער קומענדיגער אטורני דזשעראל. ער וועט איבערנעמען דעם צייטווייליגן אטורני דזשענעראל מעטיא וויטעקער, וועלכער האט צייטווייליג געדינט אויף די פאזיציע זינט דזשעף סעשאנס האט רעזיגנירט. באַר איז באקאנט מיט זיין שטארקע שטיצע פאר בוש נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס. און ער האט א לעגאלע שטעלונג אז דער פרעזידענט פארמאגט אומבאגרעניצטע מאכטן אינעם עקזעקיוטיוון פליגל פון די רעגירונג, א זאך וואס האט געברענגט א קאנפליקט צווישן אים און ראבערט מולער אין די צייט וואס ביידע האבן געדינט אין די בוש אדמיניסטראציע.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה