לויט א באריכט אין אקסיאס, וועט ווייסע הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי רעזיגנירן און די קומענדיגע טעג, נאכדעם וואס די באציאונגען מיט׳ן פרעזידענט זענען געווארן גאר איבערגעשטרענגט אין די לעצטע טעג, און לויט באריכטן האבן די צוויי נישט אויסגעטוישט קיין ווארט אין די פארלאפענע טעג. דער ווארשיינליכער קאנדידאטן אים איבערצונעמען איז ניק איערס, דער שטאב הויפט פון וויצע פרעזידענט מייק פענס. קעלי איז אריינגעברענגט געווארן צו מאכן סדר אינעם ווייסן הויז און דינט שוין אויף זיין אמט 17 חדשים, און עס זענען שוין אסאך מאל געווען באריכטן אז ער האלט אט אט ביים רעזיגנירן, אבער אצינד נאך די מיד-טוירם׳ס איז די מעגליכקייט שטערקער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה