אויטאריטעטן אין בראזיל האבן געמאלדן, אז אמווייניגסטנס 12 מענטשן זענען אומגעקומען אין צוויי באזונדערע באנק רויבעריי פארזוכן. די רויבעריי פארזוכן זענען פארגעקומען אין דער צפון שטאט סעיארא וואו די באנק רויבער האבן גענומען צענדליגע מענטשן אלס משכונות, און א שיסעריי האט אויסגעבראכן צווישן די פאליציי און די רויבער, איבערלאזנדיג פילע טויטע, אריינגערעכנט צוויי קינדער צווישן צען און דרייצן יאר אלט. בראזיל האט מער מערדערייען יערליך פון רוב לענדער אויף דער וועלט, און סיעראו איז פון דאס לאנד'ס מערסט פארברעכן געפלאגטע שטעט.


בילד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל