ספּעיס עקס איז קיין אורח צו איבערנוצן ראַקעטן, אָבער קיין איין פאַלקאן-9 איז נישט געפלויגן מער ווי צוויי מאָל... ביז איצט. די פּריוואַטע ספּעיס פירמע שיקט ארויף די ספעיס-שיף SSO-A סמאָלסעט עקספּרעס מיסיע היינט דעצעמבער 2 אום 1:31 נאכמיטאג איסטערן זייגער, מיט אַ ראַקעט וואָס האט שוין פארענדיקט צוויי ארויפשיסן און צוריקגעקומען אין 2018. אבער דעם מאָל וועט עס וועט עס ארויפפליען פון די וואַנדערבערג עיר פארס באזע אין קאַליפאָרניאַ אַנשטאָט פון די מזרח ברעג, ווי עס האט אין מאי און אין אויגוסט.

אויב די ארויפשיס איז דערפאלגרייך, וועט די פאַלקאָן 9 פּרובירן צו לאַנדענען אויף אַ דראָון שיף אין די פּאַסיפיק אקעאן. עס קען מעגליך נאך פליען אַ פערטע מאָל, אויך, ווייל ספּעיס עקס האט שוין פלענער צו איבערנוצן די ראַקעט נאכאמאל.

אסאך איז אינוועסטירט געווארן אין די מיסיע. די ראַקעט טראגט 64 קליינע סעטאַליטן פון פאַרשידענע קאסטומערס, אַריינגערעכנט פון בראזיל, קאַנאַדע, דרום קארעא און ענגלאנד. דאָס וועט איר מאַכן אלס די גרעסטע אינזאַמלונג פון ספעיס מאשינען צו ארויסגעשאסן ווערן פון אמעריקע.




באריכט פון ישי שאלאמאן צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל